אינעם פארום תג איז שוין לאנג דא א ספעציעלע אפטיילונג פאר תג לדוברי אידיש, ואולי וואלט כדאי געווען צו מאכן דאס זעלביגע אויך פאר משתמשי אינדיזיין.
איינע פון די הויפט שוועריגקייטן ביים אויסשטעלן א ספר אין אינדיזיין, איז הערות שוליים... ווען מ'ברענגט אריין א פייל מיט הערות פון ווארד (אפילו דורך קאנטראל D) ווערט יעדע הערה ווי א טעקסט באקס פאר זיך, און עס איז זייער שווער ארומצוארבעטן דערמיט.
ווי אויך קען מען נישט מאכן די עצם טקסט איין קאלום, און די הערות צוויי, אדער פארקערט. ווער עס האט א פתרון צו די צוויי אויבענדערמאנטע פראבלעמען, און בכלל ווער עס האט גוטע איידיעס און טיפס וויאזוי צו ארבעטן מיט פודנאוטס אין אינדיזיין, זאל ביטע נישט זיין א מונע טוב מבעליו, נאר עס אריינשרייבן דא לטובת וזיכוי הרבים, ולמצוה גדולה יחשב.