מידע שימושי שיר ירושלים באידיש

bhichla3

משתמש פעיל
עיצוב גרפי
יש שיר מירושלים באידיש המתחיל אינדרויסן זיצט א איד אן אלטער וכו'

מי שיש לו את זה אודה לו אם יכול לשלח

או כל שיר אחר של ירושלים באידיש

תודה
 

שרה'לה

משתמש מקצוען
ארעם און אלט
נאס ליידיג און קאלט
א שווערער צושטאנד
הונגער נאכאנאנד
דאך פון יעדן שפאלט
א געהיימע ליכט שטראלט
עפעס טיפער זי באהאלט
אונטער איר געשטאלט
ירושלים נישט אומזיסט פון אייביג איז באוואוסט
אז דו ביסט א שטאט נאך וואס מען האט אזוי געגלוסט
איין שטיק הימלישקייט איז דאך דיין גאנצע ערד
גארנישט פשוט איז דיין פשטות ווער פארשטייט דיין ווערד
ירושלים, ארעם ביסטו אבער עדות האסט אסאך
אז נישטא א שטאט ווי דו וואס איז נאך אזוי רייך
ליידיג אבער אנגעפילט איז יעדע שטוב ביי דיר
עס ברענט א ווארעמקייט כאטש די קעלט וואס קלאפט אין יעדן טיר.
אונטער לאטעס פארשטעלט,
גרויסע אוצרות שטעקט
נאר א מייבין באגליקט
צו זעהן וואס ביים שוסטער ליגט
דער שניידער דארף האבן א פאך
צו קענען באגראבן אסאך
חושד זיין מען מוז
ווער ווייסט וואס דער אמת איז
ירושלים האסט אין זיך אזוי פיל מער ווי עס צייגט
אויף יעדן איד, א גאנצע בוך קען ווערן אראפגעלייגט
ירושלים אוי מיט תורה ביסטו דורכגעווייקט
מסירות נפש פארן בורא טאג טעגליך שטייט
זונדאלע זאג נאר יעדן טאג מיט וויפל גליק און מוט
לאסטו פאלן דיינע שטראלן אויף מיין ליבע שטאט
ווינטאלע א זכייה האסטו אז דו זאלסט מעגן
בלאזן טעגליך אויף ירושלימער וועגן
ירושלים נישט אומזיסט די תשוקה אזוי גרויס
יעדער איד אזוי ער גלוסט צו זיצן אין דיין שויס
ירושלים, אוי נישטא קיין ווערטער און קיין שפראך
ארעם ביסטו אבער נישטא קיינער אזוי רייך
 

bhichla3

משתמש פעיל
עיצוב גרפי
תודה רבה

ויישר כח על התגובה המהירה
 

אסתיג

משתמש סופר מקצוען
מנוי פרימיום
בוגר/תלמיד פרוג
אונטערן שטאט ירושלים
כותל מערבי די הייליגע וואנט
שטייען יודעלעך און וויינען און שרייען
זייער בקשה איז שוין לאנג באקאנט
ציון'ס ליכט זאל ווייטער שיינען
שטייען זיי און בעטן ביי ג-ט
אך, ג-ט פארנעם אונזערע טרערן
אונזער שמערץ און פיין
וויינען וועלן מיר נישט אויפהערן
ביז דיין הילף וועט זיין

אזוי ווי א מלכה מיט בריליאנטן
אזוי איז די שטאט ירושלים געווען
אלע מלכים פון אלע קאנטן
זענען געקומען ירושלים זעהן
די לבנה מיט די שטערן
האבן זיך געשפיגלט אין איר
און היינט איז זי ווי א וויסטע אלמנה
פארטריבן זענען מיר
אך, ג-ט....
 

אסתיג

משתמש סופר מקצוען
מנוי פרימיום
בוגר/תלמיד פרוג
אינדרויסן בלאזט א ווינט א קאלטער
אזוי ווי אין טבת נאכט
ביים שטוב דארט זיצט אן איד אן אלטער
ביי די גמרא פארטראכט
זיין בארד שניי ווייס
זיינע אויגן גליהען
ער וויינט און קלאגט אויף שערי ציון
פון הארצן טיפן
הערט מען רופן
נאר דאס איינציג ווארט
ירושלים, ירושלים
מיין טייער הייליג ארט
יש לזה המשך, אם תצטרכו דחוף פנו למייל שלי ואנסה לברר
 

פ.צ.מ.

משתמש פעיל
מנוי פרימיום
בוגר/תלמיד פרוג
אינדרויסן בלאזט א ווינט א קאלטער
אזוי ווי אין טבת נאכט
ביים שטוב דארט זיצט אן איד אן אלטער
ביי די גמרא פארטראכט
זיין בארד שניי ווייס
זיינע אויגן גליהען
ער וויינט און קלאגט אויף שערי ציון
פון הארצן טיפן
הערט מען רופן
נאר דאס איינציג ווארט
ירושלים, ירושלים
מיין טייער הייליג ארט
יש לזה המשך, אם תצטרכו דחוף פנו למייל שלי ואנסה לברר
אפשר את ההמשך?
 

פ.צ.מ.

משתמש פעיל
מנוי פרימיום
בוגר/תלמיד פרוג
ניסי לחפש אותו בכל דרך אפשרי ואין את זה
 

אולי מעניין אותך גם...

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק קכט

א שִׁיר הַמַּעֲלוֹת רַבַּת צְרָרוּנִי מִנְּעוּרַי יֹאמַר נָא יִשְׂרָאֵל:ב רַבַּת צְרָרוּנִי מִנְּעוּרָי גַּם לֹא יָכְלוּ לִי:ג עַל גַּבִּי חָרְשׁוּ חֹרְשִׁים הֶאֱרִיכוּ (למענותם) לְמַעֲנִיתָם:ד יְהוָה צַדִּיק קִצֵּץ עֲבוֹת רְשָׁעִים:ה יֵבֹשׁוּ וְיִסֹּגוּ אָחוֹר כֹּל שֹׂנְאֵי צִיּוֹן:ו יִהְיוּ כַּחֲצִיר גַּגּוֹת שֶׁקַּדְמַת שָׁלַף יָבֵשׁ:ז שֶׁלֹּא מִלֵּא כַפּוֹ קוֹצֵר וְחִצְנוֹ מְעַמֵּר:ח וְלֹא אָמְרוּ הָעֹבְרִים בִּרְכַּת יְהוָה אֲלֵיכֶם בֵּרַכְנוּ אֶתְכֶם בְּשֵׁם יְהוָה:
נקרא  20  פעמים

אתגר AI

רבי שמעון - הסיפור המלא • אתגר 15

לוח מודעות

למעלה