בקשת שיר אפשר בבקשה את המילים לשירים של האלבום של מיכאל שניצלער: "ברכת הבנים"/ "שבת פלאם"?

  • הוסף לסימניות
  • #1
אפשר את החוברת PDF של האלבום "ברכת הבנים" של מיכאל שניצלער? אני צריכה את המילים של כל השירים שם, נכנסתי לאתר של העטיפות אך שם הוא נותן רק סריקה של PDF ולא קובץ פתוח שאני יכולה 'לתפוס' את האותיות ולהעתיק למחשב. מישהו יכול בבקשה לעזור לי?
 
  • הוסף לסימניות
  • #2
אין א קליין געסעלע זייטיג,
אין א קאלטן קורצען פרייטאג,
שפאצירט אין לאס אנדזשעלעס א איד ר' צבי גלאנצשטיין,
געקומען זיך טרעפן מיט נאך פראפעסארן,
אין א פרעמדע שטאט פארכאפט געווארן,
שוין באלד שבת וואו קען מען איינשטיין.

אין שול אין זיין נאנטען שכינות,
נאכ'ן דאווענען געבליבן דארט אליין איז,
דער זייגער'ל גייט זיין וועג אלץ שפעטער ער ווייזט,
פלוצלינג קומט יודעלע צו צו איהם'ן,
שלום עליכם ביי וועם עסט איר ביי וועמען,
קומט נאר מיט מיר איר וועט זיין מיין שבת גאסט.ווער זענט איר?

פרעגט ער ווען מיט איהם וואקט ער,
צבי גלאנצשטיין א מוח דאקטער,
געקומען פון ניו יארק זיך טרעפן מיט נאך דאקטורים אזעלכע,
זאגט אים דער איד איך האב קיין עין הרע קינדער אכט,
איין נישט געזונט פאר קיין שום איד געדאכט,
עס איז שווער צו דערקענען לאמיר זעהן אויב איר וועט יא דערקענען וועלכע.

שבת שלום ומבורך,
זינגט דער טאטע מיט די קינדערלעך מיט'ן אורח,
בואכם לשלום,מלאכי השלום,
איי איי איי מלאכי השרת.
דער אורח קוקט ער דערקענט נישט עס איז אים א חידוש,
דער טאטע גיסט אן דעם כוס מען גרייט זיך צו קידוש,
די קינדערלעך די געטרייע,שטעלן זיך אין א רייע,
דער טאטע בענטשט יעדן קינד מיט א טרער גאר הייס.

ישמך אלקים כאפרים,
בייג אראפ דיין קעפעלע מיין קינד שמואל חיים,
דער באשעפער פון דער הויעך,
וואס גיבט געזונט און כוח,
זאל דיך בענטשען מיט א ווארימע ברכה'לע.

ישימך אלקים כמנשה,
קום נאר מיין שלמה'לע מיין יוס'עלע און דו אויך שרה דוואשע,
דעראשעפער זאל ענק היטן,
און בענטשען מיט אלעם גוטן,
יעצט קום נאר אהער מיין אינגסטע קינד רחל'ע.

ישימך אלקים,מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
דער באשעפער זאל דיר געבן,
געזונט און לעבן,
איך זאל דיך אויך קענען אונטער די חופה פירן.

ישימך אלקים,מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
דער באשעפער זאל אפשפארן,
פאר דיר געזונטע יארן,
דער טאטע שטייט געבויגען א שטילקייט טוט מען שפירן.

דער אורח גייט צו שטייט,
און רופט דעם בעל אכסניא אין א זייט,
רחל'ע! דיין רחל'ע! איך ווייס שוין זי איז דאס דער,
ווען איר האט זיך צו די קינדער געבויגען,
האב איך באטראכט אייערע אויגען,
ביי רחל'ע האב איך געזעהן אן עקסטערן טרער...

מה נאמר לפניך יושב מרום,
שוין אזוי לאנג דרייען מיר זיך דא ארום,
ומה נספר לפניך שוכן שחקים,
אין דעם קורצען פרייטאג צובראכן יעדע'ס גוף און לייב איז,
מיר ווארטן שוין אויף דעם ליום שכולו שבת,
דיינע קינדערלעך וואלגערן זיך פון איין צום אנדערען מקום.

ק-ל מלך רופא נאמן,
אזויפיל קינדערלעך האסטו מיט פראבלעמען,
דו דארפסט שוין נישט דערקענען דו ווייסט דאך אלעס אליין שוין,
וועלכע'ס קינד אן עקסטערן טרער,
בענטש דיינע קינדערלעך ובכן יהי רצון.

ישימך אלקים כאפרים,
די קליינע יתומים'לעך קוק דיך שוין אויף זיי אום,
טאטע זכרונו לברכה זאגן ער קען שוין,
וועלכע טאטע וועט איהם נאך בענטשען,
טאטע אין הימעל בענטש זיי דו דאס מאל.

ישימך אלקים כמנשה,
ווען קומט מאמי אהיים פון שפיטאל? ענטפער דו די קשיא,
ווייל נאר דו קענסט היילן,
און רפואות פאר זיי טיילן,
רופא חולי עמו ישראל.

ישימך אלקים,
בענטש יעדן אידיש קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
א מאמע מיט א טרער טוט שטרעבן,
איר קינד זאל עס דורך לעבן,
לאלתר לחיים ולשלום פאר-שרייב אים.

ישימך אלקים,
מיר זאלען זיך טרעפן אין ירושלים,
מיט שרה מיט רבקה און רחל ולאה,
דער באשעפער זאל אונז געבן,
אונז זאל מיר שוין דערלעבן,
צו זינגען מזמור שיר ליום השבת.
 
  • הוסף לסימניות
  • #3
אין א קליין געסעלע זייטיג,
אין א קאלטן קורצען פרייטאג,
שפאצירט אין לאס אנדזשעלעס א איד ר' צבי גלאנצשטיין,
געקומען זיך טרעפן מיט נאך פראפעסארן,
אין א פרעמדע שטאט פארכאפט געווארן,
שוין באלד שבת וואו קען מען איינשטיין.

אין שול אין זיין נאנטען שכינות,
נאכ'ן דאווענען געבליבן דארט אליין איז,
דער זייגער'ל גייט זיין וועג אלץ שפעטער ער ווייזט,
פלוצלינג קומט יודעלע צו צו איהם'ן,
שלום עליכם ביי וועם עסט איר ביי וועמען,
קומט נאר מיט מיר איר וועט זיין מיין שבת גאסט.ווער זענט איר?

פרעגט ער ווען מיט איהם וואקט ער,
צבי גלאנצשטיין א מוח דאקטער,
געקומען פון ניו יארק זיך טרעפן מיט נאך דאקטורים אזעלכע,
זאגט אים דער איד איך האב קיין עין הרע קינדער אכט,
איין נישט געזונט פאר קיין שום איד געדאכט,
עס איז שווער צו דערקענען לאמיר זעהן אויב איר וועט יא דערקענען וועלכע.

שבת שלום ומבורך,
זינגט דער טאטע מיט די קינדערלעך מיט'ן אורח,
בואכם לשלום,מלאכי השלום,
איי איי איי מלאכי השרת.
דער אורח קוקט ער דערקענט נישט עס איז אים א חידוש,
דער טאטע גיסט אן דעם כוס מען גרייט זיך צו קידוש,
די קינדערלעך די געטרייע,שטעלן זיך אין א רייע,
דער טאטע בענטשט יעדן קינד מיט א טרער גאר הייס.

ישמך אלקים כאפרים,
בייג אראפ דיין קעפעלע מיין קינד שמואל חיים,
דער באשעפער פון דער הויעך,
וואס גיבט געזונט און כוח,
זאל דיך בענטשען מיט א ווארימע ברכה'לע.

ישימך אלקים כמנשה,
קום נאר מיין שלמה'לע מיין יוס'עלע און דו אויך שרה דוואשע,
דעראשעפער זאל ענק היטן,
און בענטשען מיט אלעם גוטן,
יעצט קום נאר אהער מיין אינגסטע קינד רחל'ע.

ישימך אלקים,מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
דער באשעפער זאל דיר געבן,
געזונט און לעבן,
איך זאל דיך אויך קענען אונטער די חופה פירן.

ישימך אלקים,מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
דער באשעפער זאל אפשפארן,
פאר דיר געזונטע יארן,
דער טאטע שטייט געבויגען א שטילקייט טוט מען שפירן.

דער אורח גייט צו שטייט,
און רופט דעם בעל אכסניא אין א זייט,
רחל'ע! דיין רחל'ע! איך ווייס שוין זי איז דאס דער,
ווען איר האט זיך צו די קינדער געבויגען,
האב איך באטראכט אייערע אויגען,
ביי רחל'ע האב איך געזעהן אן עקסטערן טרער...

מה נאמר לפניך יושב מרום,
שוין אזוי לאנג דרייען מיר זיך דא ארום,
ומה נספר לפניך שוכן שחקים,
אין דעם קורצען פרייטאג צובראכן יעדע'ס גוף און לייב איז,
מיר ווארטן שוין אויף דעם ליום שכולו שבת,
דיינע קינדערלעך וואלגערן זיך פון איין צום אנדערען מקום.

ק-ל מלך רופא נאמן,
אזויפיל קינדערלעך האסטו מיט פראבלעמען,
דו דארפסט שוין נישט דערקענען דו ווייסט דאך אלעס אליין שוין,
וועלכע'ס קינד אן עקסטערן טרער,
בענטש דיינע קינדערלעך ובכן יהי רצון.

ישימך אלקים כאפרים,
די קליינע יתומים'לעך קוק דיך שוין אויף זיי אום,
טאטע זכרונו לברכה זאגן ער קען שוין,
וועלכע טאטע וועט איהם נאך בענטשען,
טאטע אין הימעל בענטש זיי דו דאס מאל.

ישימך אלקים כמנשה,
ווען קומט מאמי אהיים פון שפיטאל? ענטפער דו די קשיא,
ווייל נאר דו קענסט היילן,
און רפואות פאר זיי טיילן,
רופא חולי עמו ישראל.

ישימך אלקים,
בענטש יעדן אידיש קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
א מאמע מיט א טרער טוט שטרעבן,
איר קינד זאל עס דורך לעבן,
לאלתר לחיים ולשלום פאר-שרייב אים.

ישימך אלקים,
מיר זאלען זיך טרעפן אין ירושלים,
מיט שרה מיט רבקה און רחל ולאה,
דער באשעפער זאל אונז געבן,
אונז זאל מיר שוין דערלעבן,
צו זינגען מזמור שיר ליום השבת.
תודה רבה! יש לך אולי מילים של השיר "שבת מאכלים" ו"לכבוד שבת"?
 
  • הוסף לסימניות
  • #4
.
 

קבצים מצורפים

  • מיכאל שניצלר - שבת פלאם_10.pdf
    KB 577.5 · צפיות: 48
  • מיכאל שניצלר - שבת פלאם_8.pdf
    KB 581.5 · צפיות: 36
  • הוסף לסימניות
  • #8
  • הוסף לסימניות
  • #10
תודה רבה, אבל הקבצים שצורפו הם קבצים ריקים ללא מילים כלשהן.
אגב, יש לשיר "ברכת הבנים" עוד ביצוע של מאן דהו או רק זה של מיכאל?
 
  • הוסף לסימניות
  • #11
פזמון:
חז״ל שרייבן עס,
די מאמרים,
המענג את השבת,
נותנים לו,
ממש אזוי,
נחלה בלי מצרים
א שבת׳דיג מאכל אז מען איז יונק,
קומט דער שכר צוריק אהיים,
וקראת לשבת עונג,
אז תתענג על השם


פרישע חלה,
מינים אלע,
גראדע געפלאכטענע
אלץ א מנהג האט,
לחם הפנים,
זאגן די דרשנים,
זכר למן אזוי שטייט על פי סוד

פיינע פרישע פיש,
דאס איז אויך א דרוש,
ביינער צו געפילטע
מען זאל דעם שבת פילן,
מיט גאפל צו מיט הענט,
יעדער צדיק ברענט,
און מ׳איז מתקן אלע גלגולים

איינער טינקט די זאפט
איינער עסט די אויג,
און מיט א הייליג ניגון
איז מען משורר,
אינזינען דעם לויתן אויך גוג ומגוג,
מ'האט אינזינען נישט צו זיין בורר

און לכבוד שבת פארגעסט מען נישט,
נאר אזוי איז מען מעלה די מאכלים,
אביסעלע בראנפן נאך די פיש,
מוואונטשט לחיים טובים ולשלום
און א הייסן טעלער יוך,
און מיט לאקשן אויך,
צו זיין לא קשה יעדער בעט דאך,
מיט אביסעל בעבעלען און רעטעך.

און די הייסע פערפל
עס ווערט פארפאלן,
אלע עבירות דאס איז מרומז,
ס׳זאל זיין א זיסע וואך מכאן ולהלן,
עסט מען צו מייערן מיט צימעס

אויך א שטיקל קוגל
קארטאפל אדער צוויבל,
און מ׳שניידט אויף דעם ירושלים'ער,
יעדער לויט זיין מנהג
און לויט זיין שטיבל,
אט אהין באלד גייען מיר

פזמון

נאך די סעודה,
א רקודה,
ביי די טישן און ביי די באטעס,
תשבחות ושירות,
הייליגע זמירות,
א טעם גן עדן פאר יעדן האט עס

פירות גוטע,
פון רבין שליט״א,
איינער שטעלט וויין
און איינער כאפט שיריים,
הייליגע דיבורים,
לעכטיגע סיפורים,
אלעס בדברי אלקים חיים

שבת צופרי,
אלעס שטעלט מען צו,
יעדע סעודה האט דאך
א מאכל א נייע,
צוויבל מיט אייער,
מ׳זאל באצאלן טייער
לווי עלי ואני פורע

און א גאלערעטע איז דאך גוט נוסוגל,
און לעבערלעך מ׳זאל לעבן ערליך,
און אז איינער האט א שטיקל
שלום בית קוגל,
איז אויך נישט געפערליך

איינער עסט קאשע,
איינער עסט פצעי,
ביומא דשבתא,
דא הוא סעודתא,
צדיקים האבן געזאגט
אז די מאכלים די,
איז א סגולה
אויף א גאנצע וואך פרנסה

און א טשולענט אז ס׳טוט פלאמען,
מ׳איז יוצא די מצוה פון חמין,
דעם שבת גאסט מיט כבוד
מיר פארבעטן אים,
און מיט א נוטען קוגל
א געקנעטענעם

לויט וויפיל ספרי תורה
מ׳האט היינט געליינט,
יעדע ספר האט
אן אנדער קוגל געמיינט,
יעדעס קוגל לכבוד שבת איז כדאי,
הלכה למשה מסיני

דער עיקר איז צו האבן
ערליכע כוונות,
די אלע מאכלים
זענען במקום קרבנות,
אלעס האט מקורות
אלעס האט מנהגים,
להתענג בשליו ודגים

פזמון
 
  • הוסף לסימניות
  • #12
ערב שבת שוין צופרי,
דעם שבת קודש גרייט מען צו,
מיט נייע קרעפטן,
לויפט אין געשעפטן,
מ׳יאגט אן קוים צום זמן.

קינדער לאמיר שיין אנגרייטען,
פאר שבת אלע דריי מאלצייטען,
דו שיין כ'בעט דיך,
קום שנייד די רעטעך,
קומט שבת וועט מען
פרייליך זיין

פזמון:
שבת איי איי שבת
עס שיינט א פייער
אין נשמה אריין
אין וואכען פון דעם שבת
טוט נאך פארבלייבען
די נשמה פלאם

די טאטע מאכט א יושקע,
די מאמע מאכט א קישקע,
גרייט א בשמים פושקע,
שבת שבתון אין לשכוח,
אין קאך עס גייט א רויעך,
מ׳לייגט צו קאפ און מוח,
די שבת ברענגט אונז הויעך, שבת

איינער ביים שבת זייגער,
איינער ביים טאפ מיט נייגער,
א קוגעל ווי דער שטייגער, שבת
מ׳טוט אן שבת שליסלעך,
מ'שיילט אפ די ניסלעך,
מ׳וואשט אויס אלע שיסלעך,
און אלץ ווערט גרייט צוביסלעך, שבת

פזמון

א לעכטיג דירה פרייטאג נאכט,
מלאכים אורחים מיט "געבראכט,
מ'ברענגט די זמירות,
מ'זינגט די שירות,
קידוש יעדער מאכט
און זיך וואשען טוען אלע.
מטינקט חריף מיט חלה,
די זכור באנדלעך,
געפרעגלט האנדלעך,
יעדעג׳ס פנים לייכט

פזמון

דער עולם שוין איז מיד,
דאך אזא שיינע סעודה,
אויך צייט פאר א רקידה, שבת
עס האט דאך אלע טעמים,
מ'האלט זיך אין די ראמען,
פארברענגט מיט זיי צוזאמען,
די קינדער טאטע מאמע׳ן, שבת

נאך אזא וואך באמיען,
די סעודה לאנג נישט ציען,
מ'דארף זיך גוט אויסרועהן, שבת
דער קליינער וועט נישט שטערן,
דעם ברודער ביים פארהערן,
מ'טוט אים גוט אויסהערן,
די נחת וועט זיך מערן, שבת

פזמון

אין שול מען זיצט ווי ברידער׳ס,
און מען פארשפרייט חסידות,
א שיינע שלש סעודות, שבת
עס שיינט א לעכטיג אורה,
דער עולם קוקט מיט מורא,
די רב גייט זאגען תורה,
די קשיא איז שווער לכאורה,
א תירוץ א מסורה, שבת

דער גבאי פון דעם שטיבל,
עד שניידט די הערינג צוויבל,
פונקט ווי עס איז מקובל, שבת

די שבת שוין פאראיבער,
פאר מוצאי לאזט מען איבער,
עס קומט דער גאנצער ציבור,
מ'הערט א מגיד׳ס דיבור,
פארציילט א גאנצע חיבור, שבת

פזמון
 

פרוגבוט

תוכן שיווקי
פרסומת

פוסטים חדשים שאולי לא קראת....

שלום וברכה,
ברצוני לברר בשביל מכרים-

אנו מנסים לאתר אנשים שרכשו דירה בפרויקט מגורים בעיר נתניה לפני כשנתיים במסגרת מודל התשלום ‎7/93.

מדובר בדירות חדשות שנרכשו “על הנייר”, כאשר בשלב הרכישה שולמה מקדמה של כ-7% ממחיר הדירה, והיתרה אמורה להיות משולמת לקראת מסירת הדירה (כ-93% מהסכום).

הרכישה בוצעה דרך מתווך שליווה את העסקה, ובמסגרת השיווק הוצג לרוכשים כי הרכישה היא על מנת למכור את הזכויות בדירה לפני המסירה.

המתווך גבה על השרות הזה כ-100K תוך התחייבות (לצערנו ללא כל תיעוד/ חוזה) שהוא ימצא קונה לדירה לכשתהיה מוכנה, והרוכשים יגזרו קופון של כמה מאות אלפים (ההפרש בין הדירה על הנייר לדירה המוכנה)

והנה- מתקרב זמן התשלום הסופי- והמתווך מודיע שהוא עשה כל מאמץ אך לא הצליח למכור את הדירה, מה שמשאיר את הרוכשים להתמודד לבד עם הצורך לשלם/למצוא קונה, בתוספת ההפסד העצום של הכסף שהוא גבה מהם ללא כל תמורה.

הבנו שישנם עוד קונים רבים שנפלו בפח...

המטרה שלנו היא ליצור קשר עם רוכשים נוספים כדי:
• להבין האם קיימים מקרים נוספים עם מאפיינים דומים
• להחליף מידע בין הרוכשים
• ולבחון אפשרות להתייעצות משפטית משותפת במידת הצורך

אם אתם:
• רכשתם דירה בפרויקט מגורים בנתניה לפני כשנתיים במסגרת עסקת ‎7/93
• נכנסתם לעסקה דרך מתווך שהציע ליווי או סיוע במכירת הדירה לפני המסירה
• או שאתם מכירים מישהו שנמצא במצב דומה

נשמח מאוד שתכתבו כאן, או שתשלחו מייל לכתובת: shenbituach ואז שטרודל ג'ימייל וכו'

בשורות טובות

הצטרפות לניוזלטר

איזה כיף שהצטרפתם לניוזלטר שלנו!

מעכשיו, תהיו הראשונים לקבל את כל העדכונים, החדשות, ההפתעות בלעדיות, והתכנים הכי חמים שלנו בפרוג!

לוח מודעות

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק כג

אמִזְמוֹר לְדָוִד יי רֹעִי לֹא אֶחְסָר:בבִּנְאוֹת דֶּשֶׁא יַרְבִּיצֵנִי עַל מֵי מְנֻחוֹת יְנַהֲלֵנִי:גנַפְשִׁי יְשׁוֹבֵב יַנְחֵנִי בְמַעְגְּלֵי צֶדֶק לְמַעַן שְׁמוֹ:דגַּם כִּי אֵלֵךְ בְּגֵיא צַלְמָוֶת לֹא אִירָא רָע כִּי אַתָּה עִמָּדִי שִׁבְטְךָ וּמִשְׁעַנְתֶּךָ הֵמָּה יְנַחֲמֻנִי:התַּעֲרֹךְ לְפָנַי שֻׁלְחָן נֶגֶד צֹרְרָי דִּשַּׁנְתָּ בַשֶּׁמֶן רֹאשִׁי כּוֹסִי רְוָיָה:ואַךְ טוֹב וָחֶסֶד יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי וְשַׁבְתִּי בְּבֵית יי לְאֹרֶךְ יָמִים:
נקרא  8  פעמים
למעלה