- הוסף לסימניות
- #21
לדוברי אידיש מוזמים לבדוק את התמלול הזה
מפספס פה ושם אבל בכללי לא רע בכלל
מפספס פה ושם אבל בכללי לא רע בכלל
קול הלשון. די תורה אין יעדער פלאץ.
[00:00]
דעם דף יומי אין משניות איז "עדיות" פרק ב'. און זעמיר דא אין משנה ב' בסייעתא דשמיא. זאגט די הייליגע משנה: "אוֹמֵר רַבִּי חֲנִינָא סְגַן הַכֹּהֲנִים". אז מ'רעדט, אז אונזער פרק ברענגט מיר פיר "עדיות" וואס רבי חנינא סגן הכהנים האט מעיד געווען אין יענעם טאג פון די עדיות. אין דער טאג וואס מ'האט עדות געזאגט... אויף א סך לוחות... דער טאג וואס רבי אלעזר בן עזריה איז אויפגענומען געווארן אלס נשיא, איז אן תוספת געווארן ספסלים [?] לבית המדרש. אין דעם טאג האט מען מקבל געווען עדיות מן הקצה אל הקצה פון גאנץ ארץ ישראל.
[00:30]
רבי חנינא סגן הכהנים האט פיר עדיות געזאגט. און די ערשטע עדות זע'מיר געלערנט משנה א', און רבי עקיבא [האט] זיך געמישט אין יענע ערשטע עדות און האט געזאגט א הוספה אויף יענע ערשטע עדות. יעצט זע'מיר זען נאך דריי עדיות פונעם רבי חנינא סגן הכהנים דא אין משניות עדיות. די זעלבע משנה וואס מ'גייט יעצט לערנען, אזוי ווי ס'מיר שוין געלערנט אז אונזער מסכת איז בעצם א 'לקט' פון משניות מששה סדרי משנה... די משנה וואס מ'לערנט יעצט איז אויכעט מופיע אין... זבחים פרק י"ב, [דארט] ברענגט מען די עדות פון רבי חנינא סגן הכהנים.
[01:15]
לאמיר דא מקדים זיין א הקדמה. די תורה הקדושה זאגט אין אונזער פרשת צו: "וְהַכֹּהֵן הַמַּקְרִיב אֶת עֹלַת אִישׁ, עוֹר הָעֹלָה אֲשֶׁר הִקְרִיב, לַכֹּהֵן לוֹ יִהְיֶה". ווען א איד האט געברענגט א קרבן עולה, די עולה איז א גאנצער כליל למזבח, אבער די עור פון די עולה גיט מען פאר'ן כהן. מ'פלעגט עס אוועקלייגן אין א לשכה, די לשכה האט געהייסן 'לשכת בית הפרווה', רוב דעות... און דארטן אין בית הפרווה האט מען אוועקגעלייגט די עורות פון א גאנצע וואך וואס האט זיך מתקבץ געווען פון אלע עולות. און דערנאך וואס ס'קומט מוצאי שבת... משמרות... דארף מען זיך צוגיין אהיים... צעטיילט מען די עורות פאר די אלע כהנים וואס האבן געארבעט יענע וואך אין בית המקדש.
[02:00]
די כהנים האבן געקענט מיט די עורות טון וואס זיי האבן געוואלט. ס'איז מותר בהנאה, זיי קענען עס ניצן א-ווי זיי וויל. זעלבע זאך לערנט מען אויכעט פון דעם אויף עורות פון אנדערע קדשי קדשים, פונעם חטאת און פונעם אשם. מה-דאך די בשר החטאת [נאכל] לכהן, איז די עורות פון די חטאות און אשמות אויכעט [נאכל] לכהן. די עורות פון קדשים קלים, פון תודות, פון שלמים, פון פסח... מעשר... נעמט די בעלים אהיים. עס איז לבעלים, יעדער איד קען זיך מאכן מיט דעם וואס ער וויל.
[03:00]
אז א איד האט געברענגט, שטייט [אין] רד"ק... א קרבן תודה... אין בית המקדש אויף א נס... האט ער שפעטער... געמאכט פון דעם א מלבוש, א בגד, א וועסטל... און ס'האט אים געטון אזוי אויף זיין גוף, כדי זאל נישט פארגעסן די חסדים וואס דער אייבערשטער האט מיט אים געטון. ווען ער האט אנגעטון דעם וועסטל, דאס איז פון א תודה וואס ער האט געברענגט אויף דעם און דעם נס. דער מקור פון דעם איז אין פסוק אין ספר שמואל. ווען דוד המלך [איז ארויס קעגן] גלית... דוד אוועקגעשטעלט אין פארן פון שאול משכנע זיין אז ער וויל גיין. האט ער געזאגט: איך בין געווען א קנעכט... און דארטן האב איך געהרגעט, "גַּם אֶת הָאֲרִי גַּם הַדֹּב הִכָּה עַבְדֶּךָ"... "וְנָשָׂא שֶׂה מֵהָעֵדֶר", [ער] האט צוגענומען די שעפעלע פון דער עדר, און האט ער געמאכט פון דעם בגד.
[04:00]
אבער ווען מען קוקט אריין אין פסוק אין ספר שמואל, שטייט נישט "וְנָשָׂא שֶׂה", שטייט "וְנָשָׂא זֶה" מֵהָעֵדֶר. שטייט 'שה' דע כתיב איז 'זה', מ'ליינט 'שה'. פארוואס 'זה'? ווייל ער האט געמאכט פון דעם... פון דעם שעפעלע וואס ער האט געראטעוועט... האט ער מקריב געווען דאס פאר א קרבן פאר'ן אייבערשטן... און האט געמאכט פון דעם א בגד... איז געגאנגען אנגעטון מיט דעם. כדי נישט צו פארגעסן די חסדים וואס דער אייבערשטער האט מיט אים געטון... דאס איז דער מקור אין ספר שמואל.
[04:45]
דאס איז א דין אז א עור פון א קרבן איז מותר בהנאה. אבער, נאר פון א קרבן כשר. א קרבן וואס איז געגאנגען בהכשר ביז'ן סוף פון די עבודה, מעג מען נעמען די עור און טון מיט דעם וואס מען וויל. אבער אויב ס'איז א עור פון א קרבן וואס איז פסול געווארן, למשל ס'איז געשען א פסול בקרבן, א שרץ האט אנגעכאפט... [איידער] מען האט געשפריצט די בלוט וכדומה, און ס'איז יוצא לבית השריפה – טאר מען נישט אפפלימען די עור פארדעם. דארף מען עס פארברענען צוזאמען מיט... דארף מען עס פארברענען מיט די עור אויכעט.
[05:30]
אבער וואס, דאס איז אויב ס'איז געווען "פאר הפשט". אבער אויב מ'האט שוין ארונטערגענומען די עור, און נאכדעם האט א שרץ אנגעכאפט אין די בשר החטאת... איז דעמאלט איז די עור שוין געווארן מותר. איינמאל מ'האט עס הפשט געווען און נאכדעם איז דער פלייש געווארן טמא אדער פסול, בלייבט די עור מותר. אויב ס'איז נאך "פאר'ן הפשט" געווארן כלה, פסול, טמא וכדומה, איז "תשרף", דארף מען עס פארברענען צוזאמען מיט די עור.
[06:00]
יעצט גיי'מיר דאנזען א שאלה. לאור זה... וואס איז דער דין א בהמה וואס מ'האט נישט געוויסט אז ס'איז דא אין דעם א פסול. ער האט געהאט א פסול אבער מ'האט נישט געוויסט. וועגן דעם האט מען עס הפשט געווען. און נאכ'ן הפשט, זעט מען אז ער האט געהאט א פסול. צי איז דער עור מותר, ווייל סוף כל סוף האט מען שוין געהאלטן נאך דעם הפשט ווען מ'האט געטראפן דעם פראבלעם... אדער אפשר ניין, ובעל כרחך נתגלה געווארן נאכדעם אז דער פסול [איז] שוין געווען פארדעם, איז דענצמאל דארף מען... דארף מען דעם עור... דארף מען דעם עור פארברענען צוזאמען מיט דעם. אויף דעם איז עוסק די עדות פון רבי חנינא סגן הכהנים.
[06:45]
"אוֹמֵר רַבִּי חֲנִינָא סְגַן הַכֹּהֲנִים: מִיָּמַי לֹא רָאִיתִי עוֹר יוֹצֵא לְבֵית הַשְּׂרֵפָה" – מִיָּמַי לא ראיתי א עור וואס איז געווען אפגעשיילט און מ'האט דעם אויסגעטון יוצא לבית השריפה. קוקט דער רב ברטנורא: "לאחר שהפשיט אם נמצא טריפה", אף על פי אז [בזיכער] נתגלה דער די טריפות אז דער פסול [איז] שוין געווען קודם הפשט, אבער "עור לא נקרא אלא לאחר הפשט", איז דער עור שוין געווארן מותר... און דענצמאל וועט מען עס קענען נעמען די בעלי בתים פון דעם עור. אויב ס'איז געווען פון קדשי קדשים וועט עס נעמען דער כהן, אויב ס'איז געווען פון קדשים קלים וועט עס נעמען דער ישראל אזוי ווי די הלכה איז.
[07:30]
א מציאות בדרך כלל האט מען אזוי געטראפן... ווייל א טריפה דארף מען בודק זיין קודם... [אז] ס'איז געווען דאס איידער מ'האט הפשט געווען... נאכדעם ווען מ'האט אנגעהויבן צו שניידן האט מען געקענט טרעפן. אמת, א זאנט מאכט מען אויף די לונג א בדיקת פנים. פאר די הפשט לייגט מען אריין די האנט אינעווייניג אין די בהמה און מ'טאפט דארטן אויס דעם ריאה צי ס'נישט דא דארט קיין סירכות... ס'דא פגמים אין דער ריאה וואס מ'זעט נאך פאר די הפשט. אבער צו זען א ריאה און באטראכטן איר ווי עס דארף צו זיין דארף מען איר קודם [ארויסנעמען], ארויסנעמען די לונג, אופלייגן אויפן טיש און דעמאלט מאכט מען א בדיקת חוץ. דא רעדט מען נישט פון א בדיקת פנים, דא רעדט מען אז מ'האט געטראפן דעם פגם אין בדיקת חוץ. און דער טעם איז אז הואיל ובשעת הפשט איז דער קרבן געווען בחזקת כשר, הועילה די זריקת הדם להתיר את העור בהנאה.
[08:15]
חידוש פלא. די גאנצע זריקת הדם האט גארנישט מתיר געווען דעם... דער איד דארף ברענגען נאכאמאל א קרבן... ווייל ס'איז נישט קיין קרבן, ס'גארנישט מיט נישט... און וואס האט דא מתיר געווען די הנאה פון די עור פון דעם פסולי המוקדשין? די זריקת הדם. ווייל הואיל ובשעת זריקת הדם האט מען נישט געוויסט פון דעם פגם, האט די זריקת הדם חל געווען להתיר את העור בהנאה. "וְהַכֹּהֵן הַמַּקְרִיב אֶת עֹלַת אִישׁ, עוֹר הָעֹלָה אֲשֶׁר הִקְרִיב, לַכֹּהֵן לוֹ יִהְיֶה". מימי לא ראיתי עור יוצא לבית השריפה, דאס איז די עדות פון רבי חנינא סגן הכהנים.
[08:45]
"אוֹמֵר רַבִּי עֲקִיבָא: מִדְּבָרָיו לָמַדְנוּ". אויב דאס איז ביי ישראלים מ'זאל נעמען זיך אהיים דעם עור, ס'קען מען אויכעט זאגן די זעלבע זאך ביי א בכור. א בכור פון א בהמה טהורה גיט מען דאך אוועק פאר'ן כהן. אויב ס'איז א תם, [טוט] מען עס מקריב [זיין] פאר א קרבן, און די פלייש ווערט געגעסן לכהנים בירושלים. אויב ס'איז געפאלן אין דעם א מום, מעג עס דער כהן שעכטן לכל בשר [?], און ער קען מיט דעם... אפילו נעמען די פלייש און עס געבן צו עסן פאר יעדן איינעם. ס'איז אסור בגיזה [ו]בעבודה, און אויב ס'איז געשטארבן [אן] שחיטה דעמאלט איז ס'אסור בהנאה און מ'דארף עס באגראבן.
[09:15]
יעצט אזוי. רבי עקיבא רעדט נישט פון קיין בכור תם. ווייל אויב ער רעדט פון א בכור תם וואס דארף ער רעדן בכלל, איז עס נכלל אין רבי חנינא סגן הכהן'ס עדות. "הַמַּפְשִׁיט אֶת הַבְּכוֹר וְנִמְצָא טְרֵפָה"... שהרי זכה הכהן בעורו? הן הדברים וואס רבי חנינא סגן הכהנים האט געזאגט. אזוי ווי מ'ברענגט א קרבן און נאך די הפשט טרעפט מען א מום באקומט עס דער כהן. איז דא איז דער כהן דער בעל הבית פון דעם בכור. איז זיכער אז רבי עקיבא רעדט נישט פון קיין בכור תם. נאר ווי דער רב ברטנורא איז מסביר פון די גמרא, רבי עקיבא רעדט פון א בכור בעל מום. און מ'שעכט אים ווי נאר... אין כל מקום שעכט מען אים. און מ'האט עס געשאכטן און ווען מ'גייט בודק זיין די בהמה פון אינעווייניג צי ס'מותר באכילה צי נישט, און אויב מ'טרעפט אז ס'אסור באכילה – וואס דארף מען טון די בשר בכור בעל מום? איז ס'אסור בהנאה, דארף מען די פלייש מאבד זיין פון די וועלט, מ'דארף עס באגראבן. ס'איז פון די "נקברים". מ'טוט עס דארפן באגראבן ווייל ער האט א קדושה פון א בכור און מ'קען אים נישט אויפעסן.
[10:00]
אבער טאמער מ'האט אים שוין געהאט הפשט געווען דארטן אין כל מקום פאר מ'האט אים בודק געווען די טריפות. אויב ס'איז אויף אזא מין אופן וואס [מ'האט] נישט בירר [געווען] נאך די הפשט, אז די שחיטה האט נישט מתיר געווען די בשר באכילה, [אז] מ'קען עס מתיר זיין, די עור על כל פנים בהנאה, אפילו אין דרויסן אויכעט. דאס איז דער עוסק די עדות פון רבי חנינא סגן הכהנים. אומר רבי עקיבא: מדבריו למדנו. רבי עקיבא איז מדמה א בכור צו א קדשי קדשים. א בכור בעל מום צו א קדשי קדשים.
[10:30]
אבער "חֲכָמִים אוֹמְרִים: לֹא כְדִבְרֵי רַבִּי עֲקִיבָא". חכמים קריגן זיך. חכמים האלטן אז מען קען נישט מדמה זיין א בכור צו א קדשי קדשים. "קָדְשֵׁי קָדָשִׁים שֶׁאֵינָם בְּמִינוֹ", האט דאך די שחיטה געהאלפן להתיר את העור. "בִּבְכוֹר שֶׁיֶּשְׁנוֹ בְמִינוֹ לֹא תַצִּיל הָעוֹר מִידֵי שְׂרֵפָה".
[10:50]
פשט איז אזוי. קדשי קדשים... מ'האט דאך דעם הפשט געהאלטן נאך דער הפשט ווען דער פסול איז געווארן... האט דאך די הפשט געהאלפן עס זאל נישט דארפן פארברענט ווערן. אבער בבכור, א בכור איז א בכור מבטן, א בכור איז א בכור פון דער מאמע'ס בויך. אויב ס'איז א בכור א תם זאל זיין א הייליגקייט, אויב ס'איז א בכור א בעל מום זאל זיין א הייליגקייט. איז א בכור א זאך וואס ס'איז אלעמאל דא. איז א בכור דארף זיין אויסגעהאלטן מ'אנפאנג ביז'ן סוף. אויב א בכור האט א פראבלעם מיט'ן פלייש קען מען נישט מתיר זיין זיין עור. ווייל א בכור איז א בכור. א בכור אפילו ער האט א מום בלייבט ער א בכור. און אויב ער האט א מום און די פלייש איז טריפה, איז די עור אויכעט טריפה און מ'קען עס נישט מתיר זיין.
רַבִּי חֲנַנְיָא בֶּן עֲקַשְׁיָא אוֹמֵר...

הנושאים החמים