די הארץ פון א מאמען
(א מעשה פון בארדיטשוב'ער צדיק)
ערב יום כיפור פארנאכט, דער עולם עס ווארט
ביים טיהר פון בארדיטשוב'ער רבי'ן
יעדער עס שטייט, און געלט האלט ער גרייט
א פדיון נפש צו געבן
דער רבי האט קלאר, געזאגט אז דעם יאר
דורכלאזן וועט ער נישט קיינעם
ער לאזט נישט אראפ, א רובעל א קאפ
מוז ער נעמען היינט ביי יעדן איינעם
א זקן גאר אלט, אפילו א קינד
א רובעל מוז יעדערער געבן
דער רבי וועט באלד אפווישען די זינד
פארשרייבן אין ספר פון לעבן
א פחד א שרעק, אין היינטיגע טעג
די גרויסע הוצאות אצינדער
ווי אזוי קאן, אזא זאך צו טאן
א משפחה מיט צען צוועלעף קינדער
נאר יעדער עס ווייסט, אז דער רבי הייסט
קיינער וועט איהם נישט אפזאגען
מען קרעכצט און מען זארגט, מען לייהט און מען בארגט
מען ברענגט צום דעם רבי'ן צו טראגן
2
ביים טיש אויף זיין ארט, דער רבי זיצט דארט
און נעמט אויף דעם עולם צופרידן
א שיסל געשטעלט, איז פוהל שוין מיט געלט
א רשימה ליגט פון אלע אידן
עס עפנט זיך די טיר, א פרוי שטייט אין איהר
ארים אזוי אפגעריסן
געקומען אצינד, מיט איהר פיצעלע קינד
און וויל אז דער רבי זאל וויסן
אן אלמנה אליין, דאס קינד איז נאך קליין
שטענדיג מוז זיין מיט דער מאמען
דער לעבן איז שווער, זי האט דאך ניט מער
ווי א רובעל פאר ביידען צוזאמען
א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
דער רבי וויל פון גארנישט וויסן
נאך א רובעל מען דארף, גיי זאגט ער שארף
ווייל די טיר וועל איך באלד דא פארשליסן
זי לויפט שנעל און זי שרייט, גיט אדער לייהט
דער עולם עס העלפט איהר אויס גערן
פון גראשנס נישט מער, איז זייער שווער
א רובעל עס זאל פון דעם ווערן
3
די גאסן שוין פוהל, מען גייט שוין אין שוהל
אלעס האט זי אפגעלאזען
זי לויפט מיטן קינד, צום רבי'ן געשווינד
די טיר זאל נאך ניט זיין פארשלאסן
עס איז שוין באלד ביינאכט, דער רבי ער ווארט
פונקט ווי אינגאנצן פארגעסן
די רביצין שרייט געוואלד, דער עסן ווערט קאלט
מען וועט באלד ניט טארן שוין עסן
עס עפנט זיך די טיר, עס בלייבט שטיין אין איהר
די פרוי מיט צושראקענע בליקען
רבי גלויבט מיר, איך האב געזוכט אן א שיעור
קיין רובעל האב איך ניט געקריגען
דער רבי שרייט ניין, אזוי קאן ניט גיין
נאר דיר אליין וועל איך פארשרייבן
דיין קליינטשינקע קינד, האט ניט קיין זינד
נישט קשה עס מעג איבערבלייבן
א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
ניט זיין מיט איהר ברעקל צוזאמען
זי שרייט רבי ניין, מיט א גרויסען געוויין
איהר פיהלט נישט די הארץ פון א מאמען
איהר ווייסט רבי הערט, וואס איך האב באקלערט
דעם רובעל וועל איך אייך דא געבן
און נעמט גלייך געשווינד, שרייבט אריין מיין קינד
פאר מיר איז שוין אלץ איינס מיין לעבן
דער רבי ער שפרינגט אויף, די קאפ אויף ארויף
אויף די רייד געטאהן האט ער ווארטן
באשעפער נאר הער, מען דארף שוין נישט מער
עס איז שוין נישטא וואס צו טראכטן
האסט געזעהן אצינד, ווי א מאמע פאר איהר קינד
האט איהר לעבן געגעבן אצינדער
דיין פאלק איז דיין קינד, בעט'ך דיר אצינד
האב רחמנות ווי א מאמע אויף איהרע קינדער